זינט די ׳קאנקארד׳ פליגערס זענען ארויס פון באנוץ אין 2003 איז נאכנישט צוריקגעקומען אין די וועלט פון ציווילע אוויאציע די סופערסאניק פליגער, וואס באדייט פליגערס וועלכע פליען שנעלער ווי די שנעלקייט פון דאס קול וואס איז 761 מייל א שעה, און פארשידענע פרואוון צו פארשנעלערן די שנעלקייט פון פליגערס האבן זיך אנגעשטויסן אין טעכנישע שוועריגקייט און ספעציעל די פאקט אז עס מאכט גאר שווערע און הויכע גערודער וואס איז נישט געאייגנט פאר רייזנדע און עס קען פראדוצירן ביים לאנדן שווערע גערודער וואס קען אויסברעכן פענסטער, אבער א פרישע באריכט זאגט אז נאסא ארבייט ערנסט אויף א קאנצעפט וואס זאל לעזן די פראבלעמען און פארמאגן שוין א פראטאטייפ אויף וועלכע זיי וועלן אנהייבן פראבעס אינאיינעם מיט לאקהיד-מארטין אזוי פרי ווי קומענדיגן מאנאט, לויט די ערשטע באריכטן איז די פליגער שמאל און לאנג און מיט א שארפע שפיץ ענליך צו די סטרוקטור פונעם קאנקארד אבער די געבוי פונעם פליגער און די מאטריאל טוט פילפאכיג רעדוצירן די גערודער. נאסא זאגט אז די פליגער וועט שניידן די פליה צייט אין האלב וואס באדייט אז מען וועט קענען אנקומען פון ניו יארק קיין לאנדאן אין 4 שטונדן, נישט אזוי שנעל ווי די קאנקארד, אבער עס וועט אויך נישט האבן די פילע פראבלעמען פונעם קאנקארד.

בילד: נאס״א ארבייט אויף פליגער וואס זאל שניידן פליה צייט אין האלב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל