די מוסלעמענער וואקף האט היינט גערופן די פאלעסטינער מוסלעמענער צו זיך צוריקקערן צום הר הבית פאר געבעטן, נאכדעם וואס מדינת ישראל האט גענצליך נאכגעגעבן אלע אירע פארלאנגען, און אראפגענומען די עלעקטראנישע צוימען און אויך די קאמארעס און צוריקגעשטעלט די סיטואציע אזוי ווי עס איז געווען פאר די אטאקע, טויזנטער מוסלעמענער האבן געשטראמט צום בארג און געפייערט וואס זיי באטראכטן אלס שטארקע זיג נאך צוויי וואכן פון פראטעסטן און ראיאטן, די ערשטע געבעט איז אפגעהאלטן געווארן היינט אוונט מיט די באטייליגונג פון טויזנטער. און אזוי אויך גרייטן זיך צענדליגע טויזנטער זיך צו באטייליגן ביי די געבעטן מארגן פרייטאג.

אבער טראצדעם זענען פארגעקומען שווערע אומרוען נאכדעם וואס טויזנטער מוסלעמענער האבן פארלעצט די זיכערהייטס מאנאסאמען און זיך אריינגעבראכן פון אנדערע טויערן, דאס האט געברענגט צו שווערע ראיאטן אויפ׳ן הר הבית, ספעציעל נאכדעם וואס די מדינת ישראל זיכערהייטס קרעפטן האבן אראפגענומען פאלעסטינער פענער וואס זיי האבן געלייגט אויפ׳ן שפיץ פון אל-אקצא, די ראיאטן האבן געברענגט צו שווערע צוזאמענשטויסן מיט די זיכערהייטס קרעפטן און ארום 96 פאלעסטינער זענען פארוואונדעט געווארן לויט באריכטן פון די רויטע קרייץ, די מדינת ישראל זיכערהייט אגענטורן האבן מאביליזירט טויזנטער אגענטן צו האלטן ארדענונג מארגן פרייטאג ווען עס איז ערווארטעט צו קומען פיל גרעסערע מאסן און עס וועלן ווארשיינליך פארקומען שווערע אומרוען.

בילד: פרישע אומרוען נאכדעם מוסלעמענער קערן זיך אום צום מעטשעט אויפ׳ן הר הבית

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל