נאכדעם וואס צוויי פרואוון פון די רעפובליקאנער אין סענאט צו דורכשטופן א ערזאץ צו אבאמא קעיר איז דורכגעפאלן טוט די רעפובליקאנער פירערשאפט יעצט זיך קאנצעטרירן אויף דורכפירן וואס זיי רופן  א ״מאגערע״ ווערסיע פונעם ביל, וואס וועט בלויז אפשאפן פארשידענע טיילן פון אבאמא קעיר און די שטייערן, א זאך וואס לאזט אפן א טיר פאר א גענצליכע אויפלעזונג שפעטער, אבער וועט זיך קאנצעטרירן אויף די טיילן פונעם ביל אויף וועלכע עס איז דא א קאנצענזוס צווישן די רעפובליקאנער און דאן ארבייטן אויף ווייטערדיגע טיילן פונעם ביל, די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע בודשעט קאמיטע האט אבער געזאגט אז דאס וועט ברענגען ארום 16 מיליאן מענטשן צו פארלירן אינשורענס, און די פרימיום׳ס אויף די מערהייט פון די פלענער וועלן שטייגן מיט ארום 20 פערצענט.

דער באריכט איז פארעפנטליכט געווארן דורך סענאטאר טשאק שומער, אבער די רעפובליקאנער האבן אוועקגעמאכט די לעצטע באריכט און געזאגט אז עס רעפלעקטירט נישט די מיינונג פון די קאמיטע נאר איז געשריבן געווארן דורך דעמאקראטישע שטאב מיטגלידער, ארבייטן אצינד שווער צו דערגרייכן צו 50 סענאטארן וועלכע זאלן שטיצן אזא פלאן, דערווייל גייט נאך אן די דעבאטע אין סענאט ארום דעם ביל און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב די רעפובליקאנער וועלן עס קענען דורכשטופן.

קאנגרעסיאנעלע בודשעט ביורא: ״מאגערע״ אויפלעזונג פון אבאמאקעיר וועט ברענגען 16 מיליאן צו פארלירן אינשורענס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל