דער דעמאקראטישער פארזיצער פון די הויז ריסאורסעס קאמיטע קאנגערסמאן ראול גריכאלווע פון אריזאנע האט גערופן פאר א אפיציעלע אויספארשונג אויב עס איז וואר אז די אדמינסטראציע האט געסטראשעט סענעטאר ליסע מורקאווסקי (Lisa Murkowski) פון אלאסקא אז אויב זי וועט שטימען ניין אויף די העלט קעיר פלאן דאן וועט די אדמיסטראציע שעדיגן אירע פראיעקטן וואס זי פרובירט צו שטופן פאראויס אין די ענעריגע סעקטאר פון אלאסקע, לויט די באריכטן האט דער אינטיריאר סעקערטאר רייען זינקע געזאגט פאר מורקאסווסקי און דער צווייטער סענעטאר פון אלאסקע דאן סוליווען אז אויב זיי וועלן נישט גיין אין שפאן מיט די אדמינסטראציעס פארלאנגען און שטימען מיט די פארטיי אויף העלט קעיר וועלן פארשידענע פראגראמען צו פארשטערקערן די ענערגיע סעקטאר אין אלאסקע ווערן אפגעשטעלט.

די פעדעראלע רעגירונג איז די אייגנטומער פון 61 פראצענט פון לאנד אין אלאסקע, און דעריבער דארפן די ארטיגע רעגירונג שטארק צוקומען צו די קאאפעראציע פון די פעדעראלע רעגירונג און ספעציעל פון די ענערגיע דעפארטמענט וואס איז אין קאנטראל פון די אויל גראבונגען, און אזוי אויך ווען די ארטיגע אויטאריטעטן וויל בויען א שאסיי אדער סיי וועלכע פראיעקט דארפן זיי האבן א צושטימונג פון די אינטיראר דעפארטמענט קאנגרעסמאן גריכאלווע זאגט אז די פאקט אז די אדמיסטראציע נוצט די ענערגיע דעפארטמענט צו שטופן פאראויס די פאליטישע אגענדע פונעם פרעזידענט קען זיין א אומלעגאלע אקט.

בילד: אינטיריאר סעקערטאר רייען זינקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל