די פערזענליכע פארמעגנס פון דשעף בעזאס, דער גרינדער און אייגענטומער פון עמעזאן איז אנגעקומען צו 90 ביליאן דאלער, און איז דערמיט איבערגעשטיגן דעם גרינדער פון מייקראסאפט ביל געיטס וועלכע פארמאגט דעם טיטל רזינט 2013, בעזאס ווערט פולע מאל באצייכנט אלס דער קלוגסטער ביזנעסמאן אין די וועלט, נאכדעם וואס ער האט באוויזן צו נעמען א בוך-געשעפט און עס פארוואנדלען אין די גרעסטע שאפינג אימפעריע אין די היסטאריע, א פירמע וועלכע איז ווערט איבער 500 ביליאן דאלער, און שטייגט נאכאנאנד אין איר ווערט.

זיין פארמעגן אין בלויז אין די לעצטע יאר אליין געשטיגן מיט 24 ביליאן דאלער, די גרעסטע טייל פון זיין פארמעגן אין פון זיינע סטאקס אין עמעזאן אין וועלכע ער פארמאגט 17% פון די סטאקס אין ווערט פון 83 ביליאן דאלער, וואס באדייט אז ער קען לייכטערהייט פארלירן דעם טיטל אויב די סטאקס פון עמעזאן פאלט. ער פארמאגט אויך נאך עטליכע פירמעס אריינגערעכנט די ׳וואשינגטאן פאוסט׳ און א ראקעט פירמע וועלכע זוכט צו שיקן מענטשן אין די העכערע ספערן.

בילד: וועלטס רייכסטע פערזאן: דשעף בעזאס אייגענטומער פון עמעזאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל