פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפרענץ מיט ספיקער פאול רייען, דער קאנגרעסמאן פון וויסקאנסין, און סענאטאר סקאט וואלקער פון וויסקאנסין, אין וועלכע ער האט אנאנסירט א אינוועסטירונג פון די טיוואנעזער פירמע ״פאקסקאן״ אונטער וועלכע זיי וועלן בויען א פאבריק אין די ווערט פון 10 ביליאן דאלער אין וויסקאנסין, אין וועלכע זיי וועלן באשעפטיגן ארום 13,000 ארבייטער.

פאקסקאן איז א ריזיגע הארד-וועיר און עלעקטראניקס פראדוצירער, זי איז ווערט ארום 100 ביליאן דאלער, און איז איינע פון די גרעסטע פראדוצירער אין די וועלט, זיי האבן פאבריקן אין טאיוואן און אין כינע, און פארמאגן ארום א מיליאן ארבייטער איבער די וועלט, צווישן אנדערע פראדוצירן זיי אפאראטן פאר די ״עפל״ פירמע און פאר די ״טעסלא״ קאר פירמע.

ביי די פרעסע קאנפערענץ אין ווייסן הויז איז אויך אנוועזנד געווען דער עקזעקיוטיוו פון די פירמע טערי גוא, און פרעזידענט טראמפ האט אויף זיין שטייגער גענומען די גאנצע קרעדיט פאר די שריט פון די פירמע וועלכע וועט באקומען סובסידיעס פון די סטעיט וויסקאנסין אין די ווערט פון 3 ביליאן דאלער, פרעזידעט טראמפ האט צווישן אנדערע געזאגט ״אויב וואלט איך נישט געווען פרעזידענט וואלט די פירמע קיינמאל נישט גענומען די שריט״ טראץ וואס א גרויס טייל פון די ארבייט איז געטון געווארן דורך סענאטאר סקאט וואלקער אינאיינעם מיט די סטעיט אויטאריטעטן.

בילד: פרעזידענט טראמפ נעמט קרעדיט פאר ״פאקסקאן״ אינוועסטירונג אין וויסקאנסין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל