פון פאליטקלי קארעקט

נעכטן נאכמיטאג האט אויסגעבראכן א פאליטישע מלחמה אינעם ווייסן הויז מיטן פולן זין פון ווארט.

די קעמפענדע צדדים - איז: פריבוס מיט בענאן פון איין זייט און סעקאראמאטשי (הקאובי/סענדערס) פון די אנדערע זייט.

די פריבוס-בענאן האס צו סעקאראמאטשי, גייט נאך צוריק צו די טעג פונעם קאמפיין ווען "ריינס פריבוס" זייענדיג דער ר.נ.ס. טשערמאן איז כסדר געווען אויף מעסער שטעך מיט סעקאראמאטשי, וועגן געלט איינגעלעגענהייטן. נאכדעם וואס פריבוס איז געווארן אויסגעוועלט אלס טשיף אוף סטעף, האט ער צוביסלעך זיך אנגעהויבן צוצישארן צו סטיוו בענאן׳ען און זיי זענען געווארן ווי איין טיעם און א פאקט ווי זיי העלפן זיך ארויס איינעם דעם צווייטן.

קיין מיינוגס פארשידנהייטן פעלט נישט אינעם ווייסן הויז. בענאן׳ס הויפט קעגנער איז דשערעד קושנער, אבער דאס איז נאר איינע פון פייטס אינעם ווייסן הויז, אין פאקט עס איז דארט אסאך פאליטישע רייבערייען, פייטס אויף פייטס, ממש פראקציע על פראקציע.

עס איז געווארן דארט איינגעפירט א מנהג, אז ווען איין זייט וויל אפטוען דעם צווייטן טוט ער ליעקן דעמעטשינג אינפארמאציע אויפן צווייטן, דערנאך קומט דער צווייטער און ליקט אינפארמאציע אויפן ערשטן און אזוי חוזר חלילה, בינו לבינו אי די מידיע מחי׳ דערנאך קומט טראמפ מיט טוויטער שרייען פעיק ניוז, זיינע שטיצער זאגן אים נאך, פאקס פרוביט דאס צו פארגלעטן, די איבריגע מידיע מאכט מעטעמים דערפון צו הייבן זייערע רעיטינגס. אזוי גייט שוין אן די געים פאר 6 חדשים. פארשטייט זיך אז דו רוסלאנד ליעקס האבן ע״פ רוב נישט קיין שייכות מיט די אויבערמאנטע שפילערס.

דער סעקאראמאטשי פרובירט שוין צו באקומען א פאסטן אינעם ווייסן הויז פאר א שיין שטיק צייט, אבער עס איז אים נישט געגאנגען צוליב די קעגענערשאפט פון פריבוס-בענען טיעם. אזוי ווי לעצטענס זענען שוין זאכן אינעם ווייסן הויז כלו כל הקצין האט דער סעקאראמאטשי געטראפן אן אוזן קשבת ביי טראמפ. טראמפ האט אים אויפגענומען פאר די קאמיניקעשאנס דירעקטאר, ווייל בעצם איז דאך אלעס פערפעקט אינעם ווייסן הויז נאר די קאמיניקעשאנס איז עפעס נישט אזוי גוט מיט די פעיק מידיע... טארא..ראם...

דער סעקאראמאטשי האט גלייך געוויסט וואס עס ווארט אים מיט די צוויי אויבערמאנטע פארשוינען, משום הכי האט ער גלייך דעקלערט אז ער גייט פארשטאפן די ווייסע הויז ליעקס!! די חברה האבן זיך גאר ווייניג דערשראקן פון אים און עולם כמנהגו נוהג. דער סעקאראמאטשי, האט געוואלט אויך ווייזן וואס ער קען, האט ער ארויסגעוואפן איינע פון די חברה אינעם פרעסע אפטיילונג, א שטארקע פריבוס פריינט, איינער וועם ער האט מיטגעברעגט פונעם ר.נ.ס.

די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען די ליעקס זענען געגאנגען איינס נאך איינס, דאס מערסטע איז דער סעקאראמאטשי ארויס פון די כלים ווען איינער אינעם ווייסן הויז האט געליעקט צו די פרעסע אז "שאהן העניטי" מיטן פרעזידענט און סעקאראמאטשי גייען האבן א געהיימען סאפער צוזאמען. אויב דאס איז נישט גענוג געווען, איז א דיסקלאזשער וואס סעקאראמאטשי האט אריינגעגעבן צום ווייסן הויז, האט שוין 5 מינוט דערויף א רעפארטער געהאט.

ער איז ווילד געווארן און ער האט נעכטן ארויסגעשיקט דעם טוויט, וואס איז שוין דא דערמאנט געווארן אז ער גייט גיין מסרן די פאר די עף בי איי, איין פראבלעים: די אינפארמעישאן איז פאבליק.

אויך האט ער אנגערופן א רעפארטער און באשמוצט פריבוס און בענאן אויפן נידריגסטן אויפן אזאש אז אסאך נידריגע רעדן נישט אזוי, אפגערעדט פון איינער וואס ארבעט פארן ווייסן הויז, נאכדערצו אפיציעל אן דע רעקארד מיט א צייטונג, אבער ער האט געהאלטן אז זייט טראמפ איז געווארן פרעזידענט איז דאך שוין הותרה הרצועה לגמרי און מקען זאגן וואס מען וויל....

למעשה האט ער אנגעמאכט א געפערליכע שטורם. פונקט יעצט האט דאס אויסגעפעלט ווען דאס ווייסע הויס פלאגט זיך מיט העלט קעיר, סעשאנס, רוסלאנד און וואס נישט. ער האט געדארפט אריינקומען צו פארעכטן די שלעכטע פובליסטי און דא איז ער אליין געווארן א שטיק שלעכטע פובליסיטי!!

ער פרובירט עס יעצט צוריקצודרייען, פארשטייט זיך אז עס איז גארנישט אזוי גרינג. דער פייער איז שוין צושפרייט, מיר וועלן שטיין און צוקוקן וויאזוי די זאך וועט זיך ענדיגן .

ימים ידברו....

בילד: פאליטישע מלחמה ברעכט אויס אינערהאלב דאס ווייסע הויז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל