מאנהעטן - פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג באזוכט אין לאנג איילענד, וואו ער איז געקומען ספעציעל צו געבן א רעדע איבער׳ן קאמף וואס זיין אדמיניסטראציע פירט קעגן קרימינאלע באנדעס איבער׳ן לאנד און ספעציפיש קעגן די טויטליכע ספאנישע ״עם-עס-13״ באנדע, וועלכע טעראריזירט שוין לאנגע מאנאטן לאנג איילענד און אנדערע ניו יארק סיטי געגנטער. ביי זיין רעדע האט טראמפ קאמענטירט, אז די ניו יארקער פאליציי אפיצירן זאלן זיך ״נישט זארגן צו זיין איידל און רואיג״ בשעת׳ן דורכפירן ארעסטן אויף מיטגלידער פון אזעלכע ברוטאלע באנדעס. טראמפ׳ס ווערטער האבן געברענגט אן אפיציעלע רעאקציע פונעם פאליציי קאמישאנער, דזשעימס אניעל, וועלכער האט געזאגט אז די ניו יארק סיטי פאליציי רעגולאציעס און ווירדן רופן דורכצופירן ארעסטן אויף א רואיגן און ציווילן פארנעם, אויסער אויב עס איז דא א קאנפראנטאציע און דאס גלייכן. ביי זיין רעדע האט טראמפ אויך אראפגעריסן מעיאר דעבלאזיא, זאגנדיג אז די פאליציי אפיצירן זענען גוט, נאר זיי האבן א שוואכן מעיאר.

בילד: ניו יארקער פאליציי רעאגירן צו טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל