וואשינגטאן - א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט פארארדענט אז די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע זאל עפענען א גרונטליכע אויספארשונג איבער דעם וואס אמעריקאנער פלי-געזעלשאפטן שרינקען איין די סייז פון עראפלאן זיצן. דער אורטייל איז ארויסגעקומען איבער דעם וואס א גרופע, וועלכע נעמט זיך אן פאר רעכטן פון פאסאזשירן, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דעם וואס די עירליינס מאכן די זיצן קלענער און קלענער, אז ס'איז נישט נאר אן אישו פון באקוועמליכקייט, נאר אויך א זיכערהייט פראבלעם, ווייל אין פאל פון אן עמורדזשענסי איז שווערער זיך ארויסצורוקן פון די שמאלע זיצן און עוואקואירן דעם פליגער. אין א סטעיטמענט האט די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע רעאגירט צום אורטייל, זאגנדיג אז די אוויאציע באאמטע נעמען גאר שטארק אין באטראכט די זיכערהייט פון פאסאזשירן ביים באשטעטיגן דעזיינס פון פליגערס, אבער די אויטאריטעטן וועלן זיך צושטעלן צום אורטייל און איבערקוקן די זיכערהייט רעגולאציעס.

בילד: אוויאציע באאמטע מוזן פארשן פליגער זיצן סייז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל