וואשינגטאן - די פעדעראלע עסנווארג און מעדיצין אגענטור האט געמאלדן אז זיי וועלן אונטערנעמען א פרישן קאמפיין און קאמף קעגן ציגארעטלעך, מיט'ן ציל צו רעדוצירן די מאס פון די פארשידענע כעמיקאלן וועלכע ברענגען אז רויכערער זאלן ווערן אזוי צוגעבינדן דערצו. אונטער עטליכע אפמאכן מיט דער טאבאקא אינדוסטריע, האט נישט די פעדעראלע רעגירונג די לעגאלע מאכט צו רעדוצירן די מאס ניקאטין אין ציגארעטלעך צו זערא, און אוודאי נישט גענצליך צו פארבאטן ציגארעטלעך, אבער עף-די-עי קאמישאנער סקאט גאטליעב זאגט אז דער נייער קאמף וועט צילן צו רעדוצירן אלע פארמישטע כעמיקאלן אין די ציגארעטלעך, צו אזעלכע נידריגע מאָסן, אז נייע רויכערער זאלן בכלל נישט ווערן צוגעבינדן דערצו. קאמישאנער גאטליעב האט צוגעלייגט אז די רעגירונג וועט אויך קאמפיינען אז ציגארעטלעך-צוגעבינדענע זאלן איבערטוישן צו עלעקטראנישע ציגארעטלעך. די נייעס איז אויפגענומען געווארן מיט אזא שאק ביי דער טאבאקא אינדוסטריע, און זינט׳ן מעלדונג פרייטאג האבן שוין טאבאקא פירמע סטאקס פארלוירן 26 ביליאן דאלאר.

בילד: רעגירונג נעמט זיך פריש צו ציגארעטלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל