וואשינגטאן - דער פעדעראלער קאמערץ דעפארטמענט האט פובליצירט א באריכט איבער׳ן צווייטן פערטל יאר פון 17׳ און עס ברענגט געמישטע נייעס. פון איין זייט צייגט דער באריכט אז האנדל און קאמערץ איז געשטיגן אינעם צווייטן פערטל אויף אזא שטארקן פארנעם, אז אויב האלט עס אן אזוי אין די צוויי פארבליבענע פערטלעך, וועט די עקאנאמיע האבן געוואקסן מיט גאנצע 2.6 פראצענט אינעם גאנצן יאר 17׳. אבער פון דער אנדערער זייט צייגט דער באריכט אז געהעלטער זענען בכלל נישט געוואקסן, און דער דורכשניטליכער אמעריקאנער ארבעטער האט שוין נישט געזען פאר עטליכע מאנאטן קיין שום שטייגונג אין געהאלט. קאמערץ סעקרעטאר ווילבאור ראסס האט געזאגט אז קוקנדיג אינאיינעם אויף ביידע ערשטע פערטלעך פונעם יאר, איז די עקאנאמיע דערווייל געוואקסן היי יאר מיט 1.9 פראצענט, מאכנדיג אוממעגליך אז ביים ענדע יאר וועט די עקאנאמיע האבן געוואקסן מיט 3 פראצענט, וואס דאס איז דער ציל וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשטעלט.

בילד: געמישטע ציפערן איבער אמעריקע׳ס עקאנאמיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל