וואשינגטאן – אין דער צייט וואס די העדליינס זענען איבער דעם וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן רעינס פריבוס פון זיין פאזיציע אלס שטאב הויפט, איז אבער נישט איינגעשלאפן די דראמא ארום אטוירני דזשענעראל, דזשעף סעשאנס, און דער פאקט אז טראמפ האלט אן זיינע פובליק טשעפערייען קעגן סעשאנס, מיט'ן ציל אז סעשאנס זאל מיד ווערן און רעזיגנירן פון זיין פאזיציע. שפעקולאציעס האט מען נעכטן געהערט אז טראמפ פלאנירט ארויסצואווארפן סעשאנס פון זיין פאזיציע אלס אטוירני דזשענעראל, און אנשטאט דעם וויל ער נאמינירן סעשאנס אלס נייער פעדעראלער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, וואס די פאזיציע איז יעצט ליידיג געווארן, וויבאלד טראמפ האט גענומען דעם ביז יעצטיגן היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, דזשאן קעלי, אלס נייער ווייסער הויז שטאב הויפט. דער רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם האט רעאגירט צו די באריכטן, זאגנדיג אז ס׳איז בכלל נישט קיין גוטער געדאנק, ווייל סעשאנס באלאנגט נישט אויף אזא פאזיציע, נאר ער דארף פארבלייבן אטוירני דזשענעראל.

בילד: וועט סעשאנס באקומען נייע טראמפ דזשאב?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל