וואשינגטאן - רעפובליקאנער אין וואשינגטאן האבן געלאזט הערן אז זיי זענען, דערווייל, פארטיג מיט׳ן פרובירן אפצושאפן אבאמאקעיר און אריינשטעלן זייער אייגענע העלט-קעיר פראוויזיעס אין אפעקט, נאכדעם וואס זיי האבן פרייטאג פארטאגס געליטן א שטוינענדן דורכפאל. דער דורכפאל איז געקומען ווען די סענאט רעפובליקאנער פירערשאפט האט אויפגעברענגט א ביל וועלכע וואלט געהאט די מינימאלסטע אפעקט אויף אבאמאקעיר (עס האט געזאלט בלויז אפשאפן דאס אז יעדער מוז קויפן אינשורענס און אז ארבעטס-געבער מוזן צושטעלן אינשורענס) און סענאט פירער מיטש מעקאנעל איז געווען זיכער אז ער האט גענוג שטימען. די דעבאטעס אויפ'ן ביל האבן זיך געצויגן און געצויגן ביז פרייטאג פארטאגס, און ס'איז געווען קלאר אז 2 רעפובליקאנער, סענאטארן מורקאוסקי און קאלינס, וועלן שטימען דערקעגן. מען האט אלזא געלייגט האפענונג אז כאטש די אנדערע 50 רעפובליקאנער סענאטארן וועלן שטימען דערויף, און וויצע פרעזידענט פּענס האט געווארט אינדרויסן אריינצוקומען און זיין די 51׳סטע שטימע. למעשה זענען די רעפובליקאנער געכאפט געווארן אין שאק, ווען סענאטאר דזשאן מעקעין איז אנגעקומען און געשטימט ״ניין״ אויפן ביל, און דערמיט איז דער ביל אפיציעל געווען טויט. פרעזידענט טראמפ האט נישט באהאלטן זיין אויפברויז און האט שבת געזאגט אז די רעפובליקאנער זענען זיך אליינס שולדיג אויפ'ן דורכפאל.

בילד: טראמפקעיר איז אפיציעל דערנאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל