קאליפארניע - א מוסולמענער אימאם אין צפון קאליפארניע, וועלכער איז געווען פארמישט אין א קאנטראווערסיע קעגן אידן, האט פרייטאג אין א סטעיטמענט זיך שטארק אנטשולדיגט. אימאם אמאר שאהין (Ammar Shahin) איז אראפגעריסן געווארן נאכ'ן געבן א רעדע אין וועלכן ס'האט אויסגעזען ווי ער רייסט אראפ דאס גאנצע אידישע פאלק, ווען ער האט קריטיקירט מדינת ישראל איבער'ן איינצוימען צוטריט פאר מוסולמענער צום אל אקצא מעטשעט. שאהין האט פרייטאג אין א סטעיטמענט געזאגט אז ער וויל איבערבעטן יעדן איד וואס איז באליידיגט געווארן פון זיינע ווערטער, און ער האט געזאגט אז ער פארדאמט אנטיסעמיטיזם אויפ'ן שארפסטן פארנעם. ליידער זענען די העסליכע אנטיסעמיטישע ווערטער פונעם אימאם נישט געווען קיין איבערראשונג, נעמענדיג אין באטראכט דער פאקט אז די ציוניסטישע רייצן-זיך אויפ'ן הר הבית האט ערוועקט אזא שרעקליכער צארן ביים אלגעמיינעם מוסולמענער פאלק און ס'שטעלט אין א סכנה אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט.

בילד: אימאם אמאר שאהין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל