תל אביב – דער ציוניסטישער כנסת המינים האט באשטעטיגט די ערשטע ווערסיע פון א געזעץ וועלכע וועט געבן ערלויבעניש פאר די רעגירונג אויטאריטעטן אויפצוגראבן פילע קברים וואו עס ליגן אנגעבליך די קערפער פון ילדי תימן. דאס געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן נאכדעם וואס עטליכע תימנ׳ער פאמיליעס, וועלכע האבן פארלוירן זייערע קינדער דורך די ציוניסטישע רעגירונג׳ס סיסטעמאטישע פארכאפונגען, האבן אויפגעברענגט באווייזן אז די אנגעגעבענע קברים פון זייערע אומגעקומענע קינדער, וואו די רעגירונג האט זיי איינגערעדט אז זיי זענען באערדיגט געווארן, זענען מעגליך ליידיג, אדער אנטהאלטן זיי עצמות פון אנדערע מתים, און די פאמיליעס, ליידער אסאך פון זיי שוין אפגעפרעמדט און פארפארן פון אידישקייט צוליב'ן זיין פארמישט אינעם ציוניסטישן שמעלץ-טאפ, ווילן מ'זאל עפענען די קברים און דורכפירן טעסטן אויף די איבערבלייבענישן.

כלל ישראל רופט אויס צו דער ציוניסטישער רעגירונג: הרף! לאזט אייך אפ פון די קברים! נישט גענוג וואס איר האט פארכאפט די קינדער און זיי פארקויפט, און פילע פון די קינדער האט איר דערמארדעט מיט ברוטאלע מענגעלע-סארט טעסטן, ווילט איר יעצט ווערן טשאמפּיאנען פון ״דערגיין דעם אמת״? נעמט אראפ אייערע שמוציגע הענט און באגראבט אייך דעם פנים פאר בושה!

בילד: כנסת באשטעטיגט חילול קברי ילדי תימן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל