פּיאנגיענג - עס שפירט זיך ווי ממש יעדן איינציגן טאג איז אין די נייעס אז די קאמוניסטישע צפון קארעא האט דורכגעפירט א פרישן מיסיל פרואוו, אבער דאסמאל איז עס גאר ערנסט, נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט פרייטאג א טעסט אויף אן ״אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל״, בלויז דאס צווייטע מאל וואס זיי טעסטן אזא סארט מיסיל, און יעצט זאגן אמעריקאנער מיליטערישע עקספערטן אז דער מיסיל קען טאקע גרייכן ביז צו אמעריקע׳ס בארטנס און באטרעפן דענווער, לאס אנדזשעלעס, שיקאגא און אפילו ניו יארק סיטי, ה״י. צפון קארעא אליין האט געזאגט שבת אין א סטעיטמענט אז דער מיסיל קען גרייכן גאנץ פאראייניגטע שטאטן. די רעגירונגען פון אמעריקע און כינע האבן פרייטאג פובליצירט סטעיטמענטס צו פארדאמען צפון קארעא פאר דעם פרישן מיסיל פרואוו, אבער שבת האט פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער אויסגעדרוקט גרויס אנטוישונג אין ריכטונג פון כינע, שרייבנדיג מיט גרויסע בוכשטאבן אז כינע האט נאך ״גארנישט״ געטאן אפצושטעלן אדער איינצוצוימען דעם צפון קארעא געפאר.

בילד: צפון קארעא׳ס פרישער מיסיל פרואוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל