איסלאמאבאד – ווידעראמאל טרעפט זיך פאקיסטאן אין אן ערנסטער פאליטישער קריזיס, נאכדעם וואס דער פרעמיער מיניסטער נאוואז שאריף איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט דורכ׳ן סופרים קאורט. דאס געריכט האט דערקלערט אז שאריף איז מער נישט קוואליפיצירט צו דינען אלס פרעמיער מיניסטער, נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף קארופציע און שווינדל קלאגעס פאר׳ן באהאלטן אז ער פארדינט יערליך דריי טויזנט דאלאר פון אן אויסלענדישער פירמע און דאס געלט ווערט געהאלטן אומבארירט אין אן אויסלענדישער באנק קאנטע. פאקיסטאן האט א היסטאריע פון פאליטישע כאאס, און זינט׳ן זיך אוועקשטעלן מיט א געהעריגע רעגירונג, האט נאך קיין איינציגער פרעמיער מיניסטער אויסגעדינט א פולן טערמין פון 5 יאר. שאריף זעלבסט האט שוין אויך געדינט 2 מאל אלס פרעמיער מיניסטער, און איז 2 מאל געפלויגן, איינמאל אין 993׳ און דאס צווייטע מאל אין 999׳. שאריף האט יעצט סיגנאליזירט אז ער וועט טאקע אפטרעטן, און וועט קאמפיינען פאר זיין ברודער שאבאז שאריף איבערצונעמען די מאכט.

בילד: פאקיסטאן אין פאליטישער קריזיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל