מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט געמאלדן עטליכע ערנסטע נקמה שריט אויף אמעריקע, נאכדעם וואס דער סענאט האט דאנערשטאג גרינג באשטעטיגט נייע שווערע סאנקציעס אויף רוסלאנד, איראן און צפון קארעא. אין דער מעלדונג, האט רוסלאנד געזאגט אז די נקמה איז צוליב וואס אמעריקע האט אפגעשפארט עטליכע פון אירע דיפלאמאטישע קאמפלעקסן אין אמעריקע נאך אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע און ארויסגעווארפן 35 רוסישע דיפלאמאטן פון לאנד. די נקמה שריט נעמט אריין דאס וואס די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מאסקווע און קאנסולאטן אין אנדערע רוסישע שטעט וועלן מוזן שניידן זייער צאל איינגעשטעלטע, און אויך וועלן עטליכע אמעריקאנער וואוינונג קאמפלעקסן אין מאסקווע אפגעשפארט ווערן. לויט א שאצונג פון סטעיט דעפארטמענט באאמטע, וועלן הונדערטער אמעריקאנער דיפלאמאטן און זייערע קינדער דארפן אהיימקומען קיין אמעריקע, ווי נאר רוסלאנד וועט אינפארסירן די נקמה שריט. אין נאך אן אנטוויקלונג, האט דאס ווייסע הויז באשטעטיגט אז פרעזידענט טראמפ וועט יא אונטערשרייבן די נייע סאנקציעס ביל.

בילד: רוסלאנד נעמט נקמה איבער סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל