דאס איז די פראגע וואס וואונדערט יעדן. טראמפ איז אבסעסירט מיט גענעראלן און מיליטערישע מאכט, און וועגן דעם האט ער גענומען דעם רעטייערטן גענעראל דזשאן קעלי אלס נייער שטאב הויפט, אבער די פראגע איז צי א גענעראל איז געמאכט פאר אזא סארט פאזיציע. אין מיליטער הערשט א שטארקע דיסציפלין און יעדע זאך האט א ראנג, א פאזיציע, א שטעלע און א גענויער סיסטעם וואו און וויאזוי עס דארף זיין. דאס ווייסע הויז איז א פלאץ אנגעפילט מיט איינגעשטעלטע וועלכע רייסן זיך צו האבן וואס מער מאכט, איינפלוס און צוטריט צום פרעזידענט, און פאר קעלי איז דאס אלעס ווארשיינליך ווילד פרעמד. נאך א פראבלעם איז דער פאקט וואס טראמפ גלייכט כאאס, ער גלייכט צו זען א געפעכט פאר איינפלוס און צוטריט, און דעריבער קען זיין אז ער נעמט קעלי סתם פאר'ן אויסזען פון ארדענונג, אבער אין רעאליטעט וועט זיך גארנישט טוישן. אויך בלייבט איבער צו זען צי סקאראמוטשי איז פארטיג מיט׳ן אויפשאקלען דאס ווייסע הויז, אדער וועט ער דרוקן טראמפ ארויסצואווארפן דעם הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן.

בילד: וועט קעלי קענען ברענגען ארדענונג?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל