וואשינגטאן - די טראמפ אדמיניסטראציע ווערט ווייטער געפלאגט פון כאאס און אומזיכערקייט, אבער דאסמאל קומט עס נישט פון דרויסנדיגע אויפדעקונגען און באריכטן, נאר פון פאקטישע שריט וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגענומען, מיט דעם וואס ער האט פרייטאג געמאלדן אז זיין שטאב-הויפט, רעינס פריבוס - וואס די שטאב הויפט פאזיציע ווערט באטראכט אלס די אפיציעלע העכסטע פאזיציע אין אן אדמיניסטראציע - האט רעזיגנירט פון אמט, און טראמפ האט גענומען דעם רעטייערטן גענעראל דזשאן קעלי, וועלכער האט ביז יעצט געדינט אלס פעדעראלער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, ער זאל דינען אלס נייער שטאב הויפט.

פריבוס און טראמפ האבן זיך שוין נישט פארטראגן לאנגע וואכן, און עס האבן צירקולירט שמועות און באריכטן אז טראמפ וויל פון אים פטור ווערן. ווען טראמפ האט מיט א וואך צוריק אויפגענומען ענטאני סקאראמוטשי אלס נייער קאמיוניקאציע דירעקטאר, האט מען באלד געהערט אז סקאראמוטשי צילט פריבוס, און דאנערשטאג האט אויפגעריסן אין פובליק דער געפעכט צווישן פריבוס און סקאראמוטשי, ווען ס'זענען פובליצירט געווארן קאמענטארן פון סקאראמוטשי'ן, וואו ער רעדט זייער מיאוס אויף פריבוס און באשולדיגט אים, אז ער איז דער וואס ליעקט ארויס אינערליכע אינפארמאציע פון ווייסן הויז צו דער מידיא, און סקאראמוטשי האט אפן געסטראשעט אז פריבוס גייט פליען.

טראמפ האט פרייטאג באזוכט אין לאנג איילענד, ניו יארק פאר א רעדע, און באלד נאך דער רעדע האט ער דורך ״טוויטער״ געמאלדן אז ער האט אויפגענומען קעלי אלס נייער שטאב הויפט. טראמפ האט זיך אין זיינע מעסעדזשעס אויך באדאנקט פאר פריבוס, זאגנדיג אז ער איז א פיינער מענטש און ער האט אין די זעקס מאנאטן אין ווייסן הויז גאר אסאך אויפגעטאן גוטע זאכן פאר׳ן לאנד. באריכטן און בילדער האבן באשטעטיגט אז פריבוס איז געווען אינאיינעם מיט׳ן פרעזידענט׳ס סוויטע ביי דער רעדע אין לאנג איילענד, און אינמיטן דעם וועג צום לופטפעלד האט דער אויטא וואו פריבוס איז געזעסן זיך ארויסגערוקט פון דער פרעזידענטליכער מאטארקאדע און געפארן באזונדער, וויבאלד אין יענע מינוטן האט טראמפ אפיציעל אקצעפטירט פריבוס׳ רעזיגנאציע וואס ער האט אריינגעגעבן א נאכט פריער.

בילד: כאאס אין ווייסן הויז לאזט נישט נאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל