מידיע נעצן אין יאפאן און סאוט קארעא מעלדן איבער א פרישע מיסיל טעסט וואס נארט קארעא האט דורכגעפירט אין די לעצטע שטונדן, דאס איז די ערשטע טעסט זינט זי האט באוויזן צו שיסן א אינטערקאנטינענטעל באליסטישע מיסיל אנהויב יולי, עס איז די 14טע מאל דאס יאר יאר וואס נארט קארעא פירט דורך אזא טעסט קעגן די פארשריפטן פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע. די פענטאגאן האט באשטעטיגט די באריכטן און געזאגט אז זיי וועלן ארויסגעבן א דעטאלירטע באריכט שפעטער אין טאג. עס איז דערווייל נאכנישט קלאר פון וואספארא סארט מיסיל עס האנדלט זיך און אויב עס איז נאך א אינטערקאנטינענטאל מיסיל, אזוי אויך איז די צייט אומגעווענליך וויבאלד די פראבע איז דורכגעפירט געווארן אין די נאכט שטונדן, אנדערש ווי ביז יעצט וואס זיי האבן דורכגעפירט זייערע פראבעס אין די אוונט שטונדן.

בילד: נארט קארעא פירט דורך פרישע מיסיל טעסט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל