נאכ׳ן סטראשען א לענגערע צייט האט רוסלאנד היינט צום ערשטן מאל גענומען שריט אלס רעאקציע צו די אמעריקאנער סאנקציעס און די קאנפיסקירונג פון רוסישע פארמעגנס אין אמעריקע, די רוסישע רעגירונג האט קאנפיסקירט צוויי אמעריקאנער געביידעס און מאסקווע וועלכע באלאנגען צו די אמעריקאנער דיפלאמאטשיע דעלעגאציע, און אזוי אויך פארארדנט פאר די אמבאסאדע צו שניידן די צאל שטאב מיטגלידער וועלכע קענען געניסן פון דיפלאמאטישע שוץ אין רוסלאנד.

די שריט קומט א טאג נאכדעם וואס סענאט האט באשעטיגט די פרישע סאנקציעס וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט דעם דינסטאג, און טוט נאכמער שעדיגן די האקעלע באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד, דער רוסישער אויסערן מיניסטער האט געמאלדן די באשלוס און גלייכצייטיג פארדאמט די פרישע סאנקציעס זאנגדיג אז עס צייגט נאכאמאל ״די אגרעסיווקייט פון די פאראייינגטע שטאטן ווען עס קומט צו אינטערנאציאנאלע אנלעגנהייטן״

א ווארטזאגער פאר פרעזידענט פוטין האט געזאגט אז פוטין האט באשטעטיגט די שריט, טראצדעם וואס ער האט פריער געזאגט אז ער וועט נישט נעמען קיין שריט ביז די געזעץ ווערט ענדגילטיג באשטעטיגט, דאס קומט נאכדעם וואס די ווייסע הויז האט סיגנאליזירט אז דער פרעזידענט פלאנט נישט צו וועטאירן דעם ביל און וועט מעגליך נאך צולייגן סאנקציעס, דער אמעריקאנער אמבאסאדער אין מאסקווע וויליאם טעפט האט אויסגעדריקט זיין אנטוישונג אין א סטעיטמנט און געזאגט אז ער האט באקומען א באפעל פונעם קרעמעלין צו רעדוצירן די צאל איינגעשטעלטע אינעם אמבאסאדע צו 455, די זעלבע צאל וויפיל רוסישע דיפלאמאטן אין אמעריקע.

בילד: רוסלאנד נעמט שריט קעגן אמעריקאנער דיפלאמאטן און פארמעגנס אין רוסלאנד



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל