דער מאכטפולער פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער נאוואז שאריף וועלכע דינט שוין זיין דריטן טערמין האט רעזיגנירט פון זיין אמט נאכ׳ן געפלאגט ווערן א לענגערע צייט פון א קארופציע סקאנדאל, די רעזיגנאציע איז געקומען נאך א געריכטליכע אורטייל אז ער דארף אפטרעטן פון זיין פאזיציע, די רעזיגנאציע איז ערווארטעט צו נאכמער דע-סטאביליזירן די האקעלע פאליטישע סיטואציע אין פאקיסטאן, דערווייל וועט זיין פארטיי שטעלן א פארטרעטע אויף זיין פלאץ ביז די וואלן וועלכע קומען פון אין 2018.

די אורטייל פון די געריכט ענדיגט א יאר-לאנגע פאליטישע דראמא וועלכע האלט געשפאנט דאס לאנד, די געריכטליכע פראצעדורן קעגן שאריף און נאך עטליכע פאמיליע מיטגלידער קומט נאכדעם וואס וויקיליעקס האט אויפגעדעקט די באקאנטע ׳פאנאמא דאקומענטן׳ וועלכע האבן געצייגט אז דער פרעמיער מיניסטער פארמאגט ריזיגע פארמעגנס אינוועסטירט אין ריעל עסטעיט אין ענגלאנד, פארמעגנס וואס ער האט פארדינט דורכאויס זיין פאליטישע קאריערע, ווארשיינליך פון שוחד און קארופציע.

בילד: פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער רעזיגנירט פון אמט צוליב קארופציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל