די צירקוס ארום די רעפובליקאנער פרואוון צו אפשאפן העלט קעיר איז אנגעגאנגען ווייטער ביז היינט אינדערפרי ווען עס איז אפגעהאלטן געווארן א אפשטימונג אין סענט און האט זיך געענדיגט מיט א דראמאטישע דורכפאל, נאכדעם וואס סענאטאר דשאן מקעין האט מאביליזירט נאך צוויי סענאטארן צו  שטימען קעגן דעם און זיך צוגעשטעלט צו די 48 דעמאקראטן אין סענאט צו בלאקירן דעם ביל, די אפשטימונג וועלכע איז פארגעקומען אין די טיפע נאכט שטונדן איז געווען דער דריטער פרואוו פון די רעפובליקאנער צו דורכפירן א אבאמאקעיר אויפלעזונג ביל.

די לעצטע ביל וועלכע איז פארגעלייגט געווארן ווערט גערופן די ׳מאגערע׳ ביל צוליב דעם וואס עס טוט נישט גענצליך און אויטאמאטיש אויפלעזן אלע טיילן פון אבאמאקעיר, נאר אנשטאט דעם איז עס קאנצעטרירט אויף עטליכע פונקטן אין אבאמאקעיר אויף וועלכע עס איז דא א קאנצענזוס צווישן רעפובליקאנער אז עס טוט שאטן פאר די עקאנאמיע, ווי די אינדיווידועלע און ארבייטסגעבער מאנדאט און די קאדילעק שטייערן, און די רעפובליקאנער זענען געווען כמעט זיכער אז דאס מאל וועט עס געלונגען צו דורכשטופן, און די קעגנערשאפט פון די סענעטארן איז אויפגענומען געווארן מיט שאק דורך זייערע קאלעגעס.

מיטש מעקאנעל האט שטארק באדויערט די דורכפאל און געזאגט אז עס זעהט נישט אויס מען וועט קענען דורכפירן אזא ביל, און פרעזידענט טראמפ האט אויף טוויטער געזאגט אז די סענאטארן האבן אנטוישט דעם אמעריקאנער פאלק, מ׳קעין האט נאך די אפשטימונג געזאגט אז ער האט אנידערגעשטימט דעם ביל וויבאלד עס לאזט אפן אסאך פראגעס און קען ברענגן מיליאנען צו פארלירן אינשורענס, ער האט גערופן פאר די גרינדונג פון א אומפארטייאישע קאמיסיע וואס זאל אויסארבייטן א בעסערע פלאן.

בילד: סענאטאר דשאן מ׳קעין בלאקירט פרואוו צו אוועקנעמען העלט קעיר פון מיליאנען



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל