היינט איז אפגעצייכנט געווארן נאך א טאג פון אומרוען און ראיאטן אין ירושלים און אין די מערב ברעג, און צוויי פאלעסטינער אטאקירער זענען אומגעברענגט געווארן דורך די זיכערהייטס קרעפטן איינער ביי די גרעניץ פון עזה און דער אנדערער אינעם מערב ברעג, דאס קומט טראצדעם וואס מדינת ישראל האט אוועקגענומען אלע זיכערהייטס מאנסאמען אויפ׳ן הר הבית, און האט איבערגעשפילט די געוואלדטאטן פון נעכטן אין וועלכע איבער 100 זענען ארויס פארוואונדעט צוליב די ראיאטן.

די ראיאטן זענען פארגעקומען נאכדעם וואס די מוסלעמענער זענען ארויס פון די מעטשעטן נאכ׳ן ווערן אנגעווארימט פון די פרעדיגונגען פון די אימאם׳ס וואס שווענקן די מוחות איבער א אנגעבליכע געפאר וועלכע באדראעט די אל-אקצא מעטשעט און ברענגט דערצו אז יוגנטליכע זאלן קאנפראנטירן די פאליציי, וועלכע רעאגירן מיט מאכט און עס ברענגט צו א צירקל פון געוואלדטאטן. עס בלייבט איבער צו האפן עס זאל זיין א שטילע און זיכער שבת פאר אלע תושבי ארה״ק.

Image result for MOUNT TEMPLE RIOTS





גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל