די איראנער רעגירונג האט אנאנסירט איבער א שטארקע דורכברוך אין איר טעכנאלאגיע וואס קען שטארק פארבעסערן איר מיסיל פראגראם נאכדעם וואס זי האט סוקסעספול ארויפגעשאסן א ראקעט צום ספעיס, וואס באדייט אז זי האט די ארויסשיס טעכנאלאגיע צו עווענטועל ארויפשיקן איר אייגענע סאטעליט וועלכע קען גענוצט ווערן פאר פילע מיליטערישע צוועקן, איראן האט שטארק געפייערט די פארשריט און עס באצייכנט אלס א וויכטיגע דורכברוך אין אירע מיליטערישע מעגליכקייטן וואס זי האבן באוויזן טראץ די סאנקציעס, דאס קומט אינאיינעם מיט  דעם וואס דער רעזשים האט אפיציעל געעפנט איר סאמע ערשטע ספעיס פארשונג צענטער, דער "אימאם כומעיני ספעיס צענטער", וועלכע באשטייט פון א גרויסן געביידע קאמפלעקס, און איראן צילט צו ווערן א טייל פון דעם אינטערנאציאנאלן קאנקורענץ אין ספעיס טעכנאלאגיע פון די וועלטסמאכטן. דערווייל האט מען נישט געהערט קיין אפיציעלע קאמענטארן פון דער אמעריקאנער רעגירונג און אנדערע מערב וועלט לענדער, אבער דער שריט, ברענגענדיג איראן נענטער צו ספעיס סוקסעס, שמעקט זיכער נישט פאר אמעריקע, וויבאלד די אמעריקאנער רעגירונג באטראכט אז איראן'ס ווילן צו שיסן ראקעטן צום ספעיס, איז נישט פאר פרידליכע אורזאכן, נאר ווייל זי וויל ארויפשטעלן אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל דערויף.


בילד: סוקסעספולע ספעיס ראקעט ארויסשיס דורך איראן ברענגט אויף זארג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל