די געשפרעכן צווישן די בריטישע רעגירונג און די אייראפעאישע פאראיין איבער'ן ברעקזיט, און וויאזוי דער צוקונפט וועט אויסזען צווישן זיי, איז אפיציעל געסקעדזשועלט זיך אנצוהייבן אין אקטאבער, אבער אייראפע'ס הויפט געשפרעכן-פירער האט נעכטן געזאגט אז עס זעט נישט אויס אז עס וועט זיך טאקע אנהייבן לויטן סקעדזשועל, וויבאלד מ'האט דערווייל נישט געמאכט קיין שום פארשריט איבער וויאזוי די צעטיילונג וועט צוגיין. דער ברעקזיט פארמאגט צוויי טיילן, ערשטנס וועט מען דארפן אויסארבעטן וויאזוי די צעטיילונג וועט ארבעטן, וויאזוי ענגלאנד וועט זיך אפרייסן פון אייראפע'ס אינסטיטוציעס, און נאכדעם וואס דאס איז שוין אויסגעארבעט, וועט מען דארפן ארבעטן אויף א פלאן פאר דער צוקונפט, וועלכע סארט פארבינדונגען וועט ענגלאנד האבן מיט אייראפע שוין נאכדעם וואס זיי וועלן זיין אפגעריסן פונעם אייראפעאישן פאראיין. מישאל בארניער זאגט אז דערווייל האלט מען נאך זייער ווייט פון אן אפמאך אויפ'ן ערשטן טייל, אויף דער צעטיילונג, און מען קען נישט גיין ווייטער איידער דאס איז פארטיג.

בילד: ברעקזיט געשפרעכן שטויסט זיך אן אין שוועריגקייטן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל