הילערי קלינטאן האט געהאט פרייע צייט זינט איר קאלאסאלע פארלוסט אין די פארלאפענע וואלן און זי האט עס אויסגענוצט צו אפשרייבן אירע מעמוארן און ארויסגעבן א בוך, און האט שוין געמאלדן אז עס וועט ארויסקומען אנהויב סעפטעמבער אונטער דעם קעפל ״וואס איז געשען״ אין וועלכע זי וועט דיסקוטירן איר זייט פון די מטבע איבער די אינצידענטן וועלכע האבן געפירט צו די איבעראשנדע אויסגאנג פון די וואלן, זי דיסקוטירט אינעם בוך די רוסישע באמיאונגען צו העלפן איר אפאנענט און די שאדן וואס איר קאמפיין האט געהאט פון די אומבאלופערטקייט פון דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי. אין איר אריינפיר צום בוך וואס איז שוין פארעפנטליכט געווארן שרייבט זי: אין די פארגאנגענהייט בין איך געווען געווארנט איבער וואס איך זאג אין פאבליק, יעצט האב איך נישט פארוואס צו באהאלטן מיין זייט און איך שטעל עס קלאר ארויס אין דעם בוך.

בילד: נייער בוך פון הילערי קלינטאן ״וואס איז געשען״



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל