קאליפארניע - אין א היסטארישער און לאנג-דערווארטעטער מינוט, האט די פארגעשריטענע ״טעסלא״ קאר פירמע אפיציעל אנגעהויבן אויסטיילן אירע ״מאדעל 3״ קארס, און די ערשטע דרייסיג קונדן האבן באקומען די קארס ביי א צערעמאניע אין פרימאנט, קאליפארניע.

טעסלא פראדוצירט גאר פארגעשריטענע עלעקטראנישע קארס, אבער ביז היינט זענען די סארט קארס געווען גאר טייער, ביי ארום 100,000 דאלער א שטיק, און פארשטענדליך האבן גאר א קליינע קאסטומער קרייז זיך געקענט דאס ערלויבן. ״מאדעל 3״ איז געווען די פארשפרעכונג פונעם טעסלא גרינדער עלאן מאסק, אז עס וועט זיין צוגענגליך פאר יעדן איינעם, און עס קאסט טאקע בלויז 30 טויזנט דאלער איינס. מאסק זאגט אז א הויפט פראבלעם אין וועלכע ער האט זיך אנגעשטויסן ביים פראדוצירן ״מאדעל 3״, איז דאס מאכן אין מאסן פראדוקציע, אבער ער האפט אז ס׳וועט נישט זיין קיין מאנגל.

בילד: טעסלא הייבט אן מאדעל 3 פארקויפונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל