בעיזשינג – די כינעזער רעגירונג ארבעט אויף א ספעציעלן קאמפיוטער פראגראם, וואס וועט, לויט ווי זי זאגט, איר העלפן פאראויסזאגן צי עמיצער וועט אינעם צוקונפט ווארשיינליך באגיין קרימינאלע אקטן. דער פראגראם וועט אריינגעשטעלט ווערן אין ספעציעלע ערטער, צום ביישפיל וואפנס געשעפטן, און ווען עמיצער וועט דארטן אריינקומען און וועלן איינקויפן א רעוואלווער, וועט דער קאמפיוטער פראגראם פרובירן צוזאמצושלעפן פון סורוועילענס קאמערעס און אנדערע קאמפיוטער אינפארמאציע דאטא-באזעס איבער'ן לאנד, סיי וואו ס'איז נאר דא די מינדעסטע אינפארמאציע אדער בילד פון דעם ספעציפישן מענטש, דער קאמפיוטער וועט אנאליזירן די אויפפירונג און געוואוינהייטן פונעם מענטש, וויאזוי ער פירט זיך אויף ביים גיין אויף דער גאס, וויאזוי ער פארברענגט מיט מענטשן אין פובליק פארקס, וויאזוי ער האנדלט אין בענק אדער מיט מענטשן אין דער ארבעט, און לויט דעם וועט דער קאמפיוטער אויסשפייען א רעזולטאט באריכט, צי דער מענטש האט געוויסע פירונגען וועלכע וועט אים פאטענציעל ברענגען צו באגיין עפעס קרימינאל אדער געפארפול, און באזירט לויט דעם וועט מען מאכן א באשלוס, צי מ'זאל אים פארקויפן א וואפן אדער נישט.

בילד: כינע פרובירט זאגן נביאות...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל