אלבאני – ניו יארק סטעיט געזעצגעבער האבן באשטעטיגט א סעריע געזעצן ביי א ספעציעלע עמורדזשענסי סעסיע, איידער זיי גייען אויף וואקאציע פאר דער יולי 4 חאגע. צווישן די געזעצן וואס זיי האבן באשטעטיגט, איז א געזעץ אז די נייע טאפאן-זי בריק וועלכע האלט ביי אירע לעצטע פאזעס, זאל אפיציעל הייסן די "גאווערנאר מאריא קאומא בריק", אין עהרע פונעם געוועזענעם ניו יארק סטעיט גאווערנאר און פאטער פונעם אמטירנדן גאווערנאר ענדרו קאומא. נאך א געזעץ וואס זיי האבן באשטעטיגט, איז צו פארלענגערן די צייט וואס ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא וועט בלייבן אין קאנטראל פון די שולעס אין ער סיטי. דעבלאזיא'ס קאנטראל אויף די שולעס האט געהאלטן אט ביים אפלויפן, און אויב וואלט עס טאקע עקספייערט, וואלט דער קאנטראל אריבער צו די סטעיט באאמטע, וואס סיטי באאמטע האבן פארפירט דערקעגן. דער סטעיט סענאט און סטעיט אסעמבלי האבן אינאיינעם באשטעטיגט אז דעבלאזיא וועט בלייבן אין קאנטראל אויף די סקולס אין דער סיטי פאר מינימום נאך צוויי יאר.

בילד: גאווערנאר מאריא קאומא בריק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל