וואשינגטאן – די פעדעראלע עסנווארג און מעדיצין אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן א גרויסצוגיקן פלאן צו רעפארמירן די אפטיילונג וועלכע קוקט איבער מעדיצינען בעפאר'ן ארויסגעבן א באשטעטיגונג אז ס'קען פארקויפט ווערן אויפ'ן מארקעט. דער ציל פונעם נייעם סיסטעם וועט זיין איינצושטעלן א ספעציעלע "סוואט" גרופע פון אינספעקטארס וועמענ'ס אויפגאבע ס'וועט זיין איבערצוקוקן גאר שנעל אזעלכע מעדיצינען וועלכע ווערן פראדוצירט צו היילן זעלטענע קרענק, וואס אין די פארמאסוטיקל אינדוסטריע זענען די סארט קרענק באקאנט אלס "יתומים קרענק". די אדמיניסטראציע וועט איינשטעלן א סיסטעם אז יעדע מעדיצין וואס ווערט פראדוצירט צו היילן זעלטענע קרענק, וועט נאר קריגן די ספעציעלע דעזיגנאציע אויב עס צילט צו היילן א קרענק וואס ווייניגער ווי צוויי הונדערט טויזנט פאציענטן ווערן דערמיט אנגעשטעקט יערליך, וואס לויט די אדמיניסטראציע זענען יעצט דא איבער 200 אזעלכע מעדיצינען פאר יתומים קרענק וועלכע ווארטן צו ווערן בכלל איבערגעקוקט.

בילד: זעלטענע-קרענק מעדיצינען וועלן זיין פריאריטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל