וואשינגטאן – טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און פליטים איז נעכטן 8:00 ביינאכט אריין אין אפעקט, נאך לאנגע מאנאטן פון געריכטליכע געפעכטן און קאנטראווערסיעס. דער עקזעקוטיוו ארדער איז אריין אין אפעקט אלס רעזולטאט פון א סופרים קאורט אורטייל וואס איז ארויסגעקומען מאנטאג, געבנדיג רעכט פאר'ן פרעזידענט אריינצושטעלן דעם עקזעקוטיוו ארדער אין קראפט, פאר נאציאנאלע זיכערהייט אורזאכן. פאר די קומענדיגע 90 טעג וועלן נישט ארויסגעגעבן ווערן וויזעס פאר בירגער פון די 6 לענדער איראן, סיריע, סאמאליע, סודאן, תימן און ליביע, און פאר די קומענדיגע 120 טעג וועלן נישט אריינגענומען ווערן קיין שום פליטים פון סיי וואו. דער עקזעקוטיוו ארדער וועט אבער יא ערלויבן פאר מענטשן פון די זעקס לענדער וואס האבן גאר נאענטע קרובים, זיי זאלן קענען אריינקומען קיין אמעריקע. די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז נאענטע קרובים מיינט נישט זיידעס, באבעס, אייניקלעך, פעטערס, מומעס אדער קאזינס, נאר עס מיינט נאר שנורן, איידימער, קינדער און שטיף קינדער.

בילד: טראוועל עקזעקוטיוו ארדער איז אין קראפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל