סענט לואיס – א ריזיגער לאך האט זיך געעפנט אויף א שאסיי אין דאונטאון סענט לואיס, מיזורי, וואו עס האט אריינגעשלונגען א קאר, אבער וואונדערליך זענען נישט געווען קיין שום פארוואונדעטע. דער אייגנטימער פונעם אויטא האט עס געהאט פארקירט אויפן שאסיי אריינצוגיין עפעס איינקויפן, און ווען ער איז ארויסגעקומען, האט ער שוין געזען די פילע פאליציי אויטאס און אנדערע עמורדזשענסי באאמטע שטייען ארום דעם ריזיגן צעעפנטן לאך און זיין קאר ליגט דערינען. עס איז נישט קלאר וואס עס האט געפירט אז דער טראטואר זאל צוזאמפאלן און שאפן דעם ריזיגן לאך, אבער בילדער פונעם אינצידענט האבן געצייגט ווי עס שטראמט ארויס וואסער פונעם לאך, וואס באדייט אז א גרויסער וויכטיגער וואסער רער האט געפלאצט, וואס האט מעגליך אפגעשוואכט די זאמד העכער'ן רער און געברענגט אז דער טראטואר זאל צוזאמפאלן. לאקאלע סענט לואיס באאמטע האבן געזאגט אז דאס צייגט די וויכטיגקייט פון אונטערנעמען נויטיגע אינפראסטרוקטור פראיעקטן צו ערזעצן אלע אלטע וואסער רערן, שאסייען און טראטוארן.

בילד: קיין פארוואונדעטע  אין מיזורי סינקהאול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל