וואשינגטאן – דער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן ארויסגעגעבן א הויפן דאקומענטן וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין געהיים ביז יעצט, וואס מ'זעט אין זיי קלארע באווייזן אויף דעם וואס מען האט שוין ביז היינט געוואוסט, אפיציעל און אומאפיציעל, אז די פאראייניגטע שטאטן איז געשטאנען אונטער'ן פוטש וואס האט פאסירט אין איראן אין 953', ווען די דעמאקראטיש-ערוויילטע רעגירונג איז אראפגעווארפן געווארן פון מאכט, און אמעריקע האט איינגעשטעלט מוכאמד ראזא שאך אלס נייער פירער פון איראן, וואס האט עווענטועל געפירט אז דאס איסלאמישע יוגנט אין איראן זאל רעוואלטירן קעגן דעם שאך רעזשים אין 979', וואס דאן איז איראן געווארן אנטי-אמעריקע. די פרישע זיבעצן הונדערט פובליצירטע דאקומענטן באשטייען פון בריוון און אויסטוישן צווישן אמעריקאנער דיפלאמאטן איבער דער וועלט און אין איראן, וואו זיי דרוקן אויס זארג אז איראן ווערט מער און מער קאמוניסטיש, און די דיפלאמאטן האבן דיסקוסירט אז אמעריקע זאל אונטערשטעלן א פוטש, שוין מער ווי א יאר איידער דער פוטש האט פאקטיש פאסירט.

בילד: רעגירונג פובליצירט  "איראן פוטש" דאקומענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל