וואשינגטאן – דער "וואל סטריט זשורנאל" באריכטעט אן אינטערעסאנטע אויפדעקונג, אז א רעפובליקאנער פאליטיקאנט האט אין לויף פון די פארלאפענע פרעזידענט וואלן זיך פארבינדן מיט פארשידענע העקער גרופעס, אריינגערעכנט רוסישע העקערס, און פון זיי געבעטן הילף צו טרעפן די טויזנטער אימעילס וואס פרוי קלינטאן האט געהאט פארמעקט פון אירע סערווערס. דער רעפובליקאנער איז פּיטער סמיט, וועלכער האט זיך געשריבן גאר א סאך אימעילס מיט פארשידענע העקערס, און צווישן אנדערן זעט מען ווי ער האט דערציילט פאר העקערס אז ער איז א שליח פון מייקל פלין, דער געוועזענער אמעריקאנער גענעראל, וועלכער האט דאן געארבעט פאר'ן טראמפ קאמפיין און שפעטער געווארן נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער ביז'ן ווערן ארויסגעווארפן פון זיין פאזיציע. אויך באריכטעט דער זשורנאל, אז די פעדעראלע אויספארשער, וואס פארשן מעגליכע פארבינדונגען צווישן טראמפ און די רוסישע העקערס, קוקן אויך אריין אין אפגעהאלטענע דיסקוסיעס וואס מ'האט אויפגעכאפט פון העקערס צווישן זיך, וואו זיי רעדן אז זיי ווילן דערשנאפן נעגאטיווע אינפארמאציע אויף קלינטאן, און דאס איבערגעבן פאר פלין.

הוסף רשומת תגובה