וואשינגטאן – א לענגערע באריכט אין "פאליטיקא" דעקט אויף אז טראמפ'ס סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט אין די לעצטע טעג עטליכע מאל ממש ווי עקספלאדירט אויף הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אין ווייסן הויז, ברויזנדיג אויף טראמפ באאמטע פאר פארשידענע סיבות. טילערסאן איז שוין לאנג פרוסטורירט איבער'ן פאקט אז דער פרעזידענט נוצט אים בכלל נישט פאר וויכטיגע אויסלענדישע מיסיעס, נאר נוצט זיין איידעם דזשעראד קושנער פאר די צוועקן, וואס ברענגט דערצו אז טילערסאן שפירט זיך ווי א פינפטע ראד אינערהאלב דער אדמיניסטראציע. עטליכע טעג צוריק איז טילערסאן פערזענליך אראפגעקומען צום ווייסן הויז און זיך גענומען שרייען אויף דזשאני דעסטעפאנא, טראמפ'ס ספעציעלע "פרעזידענט פערסאנעל אפיס" וועלכע איז געשטעלט צו באשטעטיגן נאמינירטע פאר פעדעראלע דעפארטמענטס, צוליב וואס דעסטעפאנא ווארפט אפ אלע אינדיווידועלן וואס טילערסאן שלאגט פאר פאר הויכראנגיקע פאזיציעס אין סטעיט דעפארטמענט. לויטן פאליטיקא באריכט, שפירט אויך טילערסאן אז טראמפ באאמטע ליעקן ארויס נעגאטיווע אינפארמאציע איבער אים צו די מידיא.
הוסף רשומת תגובה