ריא – האלאקאוסט פארשער האבן פובליצירט א באריכט אין וועלכע עס ווערט אויפגעדעקט אז אין לויף פון די יארן פונעם צווייטן וועלט קריג, און עטליכע יאר בעפאר און דערנאך, האט די רעגירונג אין בראזיל צוריקגעוויזן וויזע פארלאנגען פאר מער ווי זעכצן טויזנט אייראפעאישע אידן וועלכע האבן זיך געוואלט ראטעווען פון די נאצישע נעגל. דער ציפער איז צוזאמגענומען געווארן פון אפיציעלע דאקומענטן און רעקארדס פון אלע בראזיליאנער אמבאסאדעס אין די לענדער וואו די נאציס ימ״ש האבן אנגעהאלטן אן אקופאציע ביי דער קריג. לויט די פארשער, וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פרישן באריכט, האבן די איינגעשטעלטע בראזיליאנער דיפלאמאטן אין די אמבאסאדעס בלויז אויסגעפאלגט די פארארדענונג פון דער צענטראלער בראזיליאנער רעגירונג, וואס עס זענען געקומען 26 באזונדערע מעמאס צווישן די יארן פון 937׳ און 950׳ צו די דיפלאמאטן אז מען זאל נישט ארויסגעבן קיין וויזעס פאר אידישע פליטים. שולדיג פאר די אנטיסעמיטישע פארארדענונגען זענען די בראזיליאנער פירער פון יענע יארן, געטוליא ווערגאס און יוריקא דוטרא.

בילד: בראזיל האט בלאקירט האלאקאוסט פליטים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל