אנטווערפן – דער פארלאמענט אינעם פלעמישן פלאנדערס ראיאן אין בעלגיע (וועלכע נעמט אריין אנטווערפן) האט מיטוואך געשטימט צו באשטעטיגן א פולקאמען פארבאט אויף שחט׳ן בהמות מיט די כשר׳ע שחיטה פראצעדורן. דאס קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס דער וואלאניע ראיאן אין בעלגיע האט באשטעטיגט אן ענליכן פארבאט אויף שחיטה, און יעצט איז כשר׳ע שחיטה פארבאטן אין צוויי פון די 3 ראיאנען אין בעלגיע, וואו דער בריסל ראיאן האט נאכנישט גענומען קיין שריט איבער דער טעמע. דער שחיטה פארבאט אין וואלאניע וועט אריינגיין אין קראפט קומענדיגן יאר זומער, און אין פלאנדערס וועט עס ערשט אריינגיין אין אפעקט מיט איינס און א האלב יאר ארום, וואס גיט מער צייט פאר די עסקנים און אידישע אקטיוויסטן צו פרובירן צו באקעמפן דאס געזעץ נאך איידער עס גייט אריין אין אפעקט. די אנטווערפענער עסקנים זיצן טאקע אין די יעצטיגע טעג אויסצוארבעטן די פארשידענע לעגאלע אפציעס וואס זענען מעגליך צו נעמען, צו פארזיכערן אז די גזירה אויף אידישע שחיטה ווערט בטל, מיט׳ן באשעפער׳ס הילף.
הוסף רשומת תגובה