קאבול – אייראפעאישע לענדער פונעם נאטא פאראיין האבן נעכטן אין א געמיינזאמען סטעיטמענט דערקלערט אז זיי וועלן אריינשיקן פרישע טויזנטער טרופן קיין אפגאניסטאן, צו באקעמפן דעם אויפשטייג פון די טאליבאן דארטן. דער ציפער טרופן, וואס די לענדער וועלן אריינשיקן, איז נישט קלאר ארויסגעזאגט געווארן, וויבאלד זיי ווארטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל ענדיגן אויסארבעטן א נייע סטראטעגיע איבער׳ן צושטאנד אין אפגאניסטאן, וואס טראמפ האט דערווייל נישט קלאר געזאגט צי ער וויל אינגאנצן ארויסציען אמעריקע פון דארטן, אדער וויל ער זיך נאכמער פארפליכטן און שיקן פרישע קרעפטן. דער פאקט אז די אייראפעאישע לענדער האבן מסכים געווען צו שיקן פרישע טרופן קיין אפגאניסטאן, צייגט די ערנסטקייט פון דער דארטיגער סיטואציע, וואס די טאליבאן זענען צוריק אויפגעשטיגן און אייסיס האט אויך אנגעהויבן פארכאפן טעריטאריע, און אז אבאמא איז נישט געווען גערעכט אין יאר 11׳ ביים ארויסציען כמעט אלע אמעריקאנער זעלנער פון דארטן. עס צייגט אויך א סימבאלישער זיג פאר פרעזידענט טראמפ, ווייל די אייראפעאישע לענדער שטעלן זיך צו מיט פרישע טויזנטער טרופן, וואס טראמפ פארפירט שטענדיג אז די איבריגע וועלט טוט נישט אזויפיל וויפיל אמעריקע.

בילד: אייראפע וועט שיקן נאך טרופן קיין אפגאניסטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל