מאנילא – ״רויטערס״ האט פובליצירט א לענגערן באריכט, אין וועלכע זיי דעקן אויף פארשידענע שרעקעדיגע פאקטן און דעטאלן איבער וויאזוי די פיליפינער רעגירונג גייט אן מיט זייער ברוטאלן קאמף קעגן דראגס. זינט דער קוריאזער ראדריגא דוארטעי האט איבערגענומען די מאכט, האבן די ארטיגע נאציאנאלע פעדעראלע פאליציי אונטערגענומען א גאר פארשארפטע קאמף קעגן דראגס, וואס דאס איז געווען א הויפט קאמפיין פארשפרעכונג פון דוארטעי, און ער האט זיך אפילו געגרויסט אז ער האט מיט זיינע אייגענע הענט שוין אומגעברענגט עטליכע דראג סוחרים. צווישן אנדערן שילדערט דער רויטערס באריכט וויאזוי פיליפינער פאליציי ברענגען טעגליך אריין אין שפיטעלער איבערן לאנד, אזעלכע וואס זענען כלומר׳שט פארוואונדעט געווארן אין שיסעריי אויסטוישן צווישן דראג באנדעס, ווען די דאקטוירים זעען קלארע צייכענעס אז די פארוואונדעטע זענען געשאסן געווארן דורך די פאליציי. נוצנדיג דעם טאקטיק פון ברענגען האלב-טויטע צו די שפיטעלער, קענען די פאליציי אויטאריטעטן אפשאקלען פון זיך סיי וועלכע שולד און נישט דארפן האלטן סיי וועלכן חשבון און רעקארדס איבער דעם.

בילד: ברוטאלע דעטאלן איבער פיליפינער פאליציי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל