האמבורג – עס איז נעכטן באשטעטיגט געווארן אז פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט זיך טרעפן פערזענליך מיט׳ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס די צוויי פיגורן טרעפן זיך פאר א זיצונג. דער צוזאמטרעף איז געמאלדן געווארן דורך ביידע רעגירונגען אין דער זעלבער צייט, און עס וועט פארקומען בשעת פוטין און טראמפ וועלן זיך ביידע געפינען אין האמבורג, דייטשלאנד פאר׳ן דזשי-20 סאמיט, וואו זיי וועלן זיך טרעפן און שמועסן פרייטאג אדער שבת. טראמפ׳ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, האט נעכטן געזאגט אז דערווייל איז נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן א גענויע אגענדע פאר׳ן צוזאמטרעף, און אנאליסטן זאגן אז עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וואס די 2 וועלן דיסקוסירן, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז זייערע נעמען זענען אינאיינעם פארוויקלט אין די אנגייענדיגע וואל-אויספארשונגען. אויסער דעם זענען דא עטליכע גרויסע פאליסי דיפערענצן צווישן אמעריקע און רוסלאנד, נעמליך פוטין׳ס אויפברויז איבער נאטא׳ס פארשפרייטונג אין אייראפע, און אמעריקע׳ס פארדאמונג איבער פוטין׳ס הילף פאר אסאד אין סיריע.

בילד: די דזשי-20 סאמיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל