מאסול – די איראקער רעגירונג האט נעכטן ארויסגעגעבן א דראמאטישע דעקלעראציע, זאגנדיג אז ״די איסלאמישע שטאט איז געפאלן״, נאכדעם וואס איראקער זעלנער האבן באוויזן צו פארכאפן קאנטראל אויפן היסטארישן ״על נורי״ מעטשעט אין שטאט מאסול.

אין אט דעם מעטשעט, וועלכע ווערט געשאצט צו זיין ארום 850 יאר אלט, האט דער טעראר פיגור, אבו באקאר על באגדאדי, געמאלדן מיט 3 יאר צוריק אז ער גרינדעט אן איסלאמישע קאליפאט, און אצינד אז אייסיס איז פארטריבן פון דארט, און איראק האט דעם מעטשעט צוריק אין זייער קאנטראל, האבן זיי דערקלערט אז אייסיס איז געפאלן.

דער איראקער פרעמיער מיניסטער, היידאר על אבאדי, איז געווען געסקעדזשועלט צו געבן א ספעציעלע רעדע פארנט פונעם מעטשעט און אפיציעל דערקלערן זיג קעגן אייסיס, אז מ'האט זיי פארטריבן פון זייער געוועזענע הויפטשטאט מאסול, אבער אין רעאליטעט געפינען זיך נאך רעשטלעך אייסיס קעמפער אין עטליכע עקן שטאט, און ווי אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע זאגן, וועט נאך דויערן עטליכע וואכן אויסצוליידיגן מאסול גענצליך פון אייסיס קעמפער. פארט אבער איז דער מאמענט גאר א היסטארישער, ווייל אויסער דעם פאקטישן פארלוסט אויפ'ן שלאכטפעלד, איז עס אויך א פסיכאלאגישער פארלוסט פאר דער אייסיס אידעאלאגיע, אז זיי זענען ארויסגעווארפן פונעם געבורט-ארט פון זייער קאליפאט.

בילד: איראק דערקלערט: איסלאמישע שטאט'ס קאליפאט איז געפאלן!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל