אין 2008 איז אפיהר געקומען אויף די אנטיק-מארק, א צובראכענע קופפער'נע טאוול, געשריבן אין די שאבא'ינישע שפראך. עס קומט מעגליך פון די פארצייטישע שטאט - אינעם אראבישן דרום האלב-אינזל - 'נאשק', היינטיגע 'אל-ביידע', וואס איז היינט אין 'תימן'.

בילד: כתובת שבאעס באשרייבט א מאן מיטן נאמען "שאבאהומו בן אממשפאק" פון א שבט 'ראשוואן' אין די שטאט 'נשאק'. אז ער איז געווען א שליח פון "ידעיל בא'ין בן יתאעמר" דער קעניג פון 'שבא'. און אז ער האט מלחמה געהאלטן צוזאמען מיט די מיליטער פון 'שבא', קעגן די מיליטער פון 'מע'ין' (כהיום תימן) ביז 'חצרמוות' (כהיום תימן).

'שאבאהומו' טוט לויבן די שאבא'מע הויפט אפגאט 'אלמאקה', פארן אים היטן פון אלע שטרויכלונגען, ספעציעל דורכאויס מלחמות. און גיבט צוליב דעם אוועק זיין גאנצע פאמיליע און פארמעגן פאר די אפגאט.

וואס איז באזונדער אויסערגעווענדליך פונעם טאוול, איז וואס שטייט אין שורה דרייצן און פערצן. אז ער האט אנגעפירט קאראוואנען מיט האנדל רייזעס צווישן 'שבא' און 'דדן' און 'עזה' און אין די שטעט פון 'יהודה'. און אויך א שליחות פון 'עזה' צו 'כיתיון' (קפריסין) ביי די מלחמה פון 'כשדים' (chaldea) און יוניה (Ionia) [יון].

בילד: די נאמען יהודה צירקולירט

עס איז פארהאן פארשידענע ווערסיעס פון וועלכע צייט די טאוול איז. די כראנאלאגיע פון דרום אראביע פון "פאר'ן ציילונג" - אין די B.C.E. יארן, איז אומקלאר. די קעניג "ידעיל בא'ין בן יתאעמר" דערמאנט אינעם טאוול, ווערט דערמאנט אין אנדערע אנטיק אויסקריצונגן אלס דער וואס האט געבויט די מויער פון די שטאט 'נשאק'. איז צוליב דעם דא וואס שטעלן די באשרייבונג אין 350 BCE. אנדערע אבער שטעלן עס אין 590 אדער 394 פון פארן ציילונג.

עס איז זיך מער מסתבר צושטעלן די צייט פונעם טאוול, דורך נאכגיין ווען די מלחמה צווישן כשדים און יוניה - וואס שטייט אינעם טאוול - איז געווען, ווייל 'נעמען' קען זיין אויף מער ווי איין מענטש. די כשדים אימפעריע איז געווען צווישן B.C.E. 610 [ג'קנ"א], און 539 .B.C.E [ג'רכ"ב]. וואס איז אין די צייט פון חורבן בית ראשון, ג'קע"ד/ה. עס איז אבער נישט דאקומענטירט אין די היסטאריע א מלחמה צווישן כשדים און יוניה.

דערמאנענדיג די לאנד 'שבא' אין ג' אלפים קומט ארויף אין זכרון פסוקי תנ"ך אין מלאכים א' קאפיטל י: א' - י'
א: וּמַלְכַּת-שְׁבָא, שֹׁמַעַת אֶת-שֵׁמַע שְׁלֹמֹה... 
(דברי הימים ב. ט: א'-י"ב) ווען די "מלכת שבא" איז געקומען מנסה שלמה'ס חכמה.

שלמה המלך האט געקעניגט פון ב'תשצ"א ביז ב'תת"ל, וואס איז ארום 400 יאהר פריער. 'שבא' ביז 'יהודה' איז א מהלך פון 1200 מייל. פון די טאוול זעהט מען, אז עס איז געווען סוחרים וואס האבן שוין אין יענע צייטן גערייזט דעם לאנגן וועג אהין און צוריק. וואס איז למעשה נישט אזא חידוש, קוקנדיג אין עטליכע פסוקים פריער, סוף קאפיטל ח', וואו שלמה המלך איז געגאנגען צו די בארטנס פון "עציון-גבר", און חירם האט אים געגעבן שיפן וואס האבן געפירט ריזיגע אוצרות אויף ווייטע שטרעקעס איבערן ים.

מאפע

עס איז אפשר נישט געשמאק צו צו-ווארפן די אלע אינטערעסאנטע חשבונות. און די אייגענטומער פון דעם טאוול וועלן עס אפשר נישט גלייכן, אבער עס מוז נישט זיין אז דער טאוול רעדט פונעם זעלבן פלאץ 'שבא' פון די "מלכת שבא". עס איז געווען נאך א לאנד אין דעם געגנט מיט א ענליכ'ן נאמען. "סבא".
אדער קען זיין אז די שפראך אויפ'ן טאוול, האט מען נאר זיך באנוצט אין די לאנד 'שבא'. 

אין חומש בראשית ביי די "תולדות נח", שטייט אין איין פסוק די נעמען פון די צוויי שטעט 'שבא' און 'סבא'. 
בראשית י:
ד' ובני יון אלישה ותרשיש כתים ודדנים׃:
ה' מאלה נפרדו איי הגוים בארצתם איש ללשנו למשפחתם בגויהם׃:
ו' ובני חם כוש ומצרים ופוט וכנען׃:
ז' ובני כוש סבא וחוילה וסבתה ורעמה וסבתכא ובני רעמה שבא ודדן׃: 

אדער אין תהלים קאפיטל ע"ב: וואו דוד המלך בעט אויף זיין זוהן שלמה. 
ט' לפניו יכרעו ציים ואיביו עפר ילחכו:
י' מלכי תרשיש ואיים מנחה ישיבו מלכי שבא וסבא אשכר יקריבו:
יא' וישתחוו לו כל מלכים כל גוים יעבדוהו: 

(אויסער וואס מען זעהט דא אז 'שבא' און 'סבא' זענען אנדערע מלוכות, זעהט מען דא אז דוד המלך האט געבעטן אז 'חירם' זאל גיבן פאר שלמה המלך שיפן [מנחה]. און אז מלכת שבא וועט זיך בוקן פאר איהם.)

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל