טשייקלעיא, פערו. - א גאנצע טאון איז געווארן איבערגעפולט און אינוואדירט דורך גרופעס פון שווערע מיליאנען קריקעט"ס אינזעקטן.

די אינזעקטן זענעם באפאלן די געביידעס אין שטאט, און האבן זיך אריינבאקומען איבעראל, אין שולעס און אין גאווערמענט אפיסעס, די גאסן זענען געווען איבערגעפולט שווארץ, און זיי האבן געמאכט גערודער, איבערדרייענדיג דעם קליינעם געגנט, אלס א ווירבלענדער ארט מיט נייעס אגענטורן, פאטאגראפיסטן, און אויספארשער. א איינוואוינער אין די געגנט האט געזאגט "די גאנצע שטאט איז ווי איין שווארצע קארפעט, עס שמעקט געפערליך פון די טויזענטער וואס שטארבן, מיר גייען נישט לעבן מיט די אינזעקטן אלס שכנים..."

די גאנצע טאון איז געווען איבערגעפולט מיט ארבעט, די לאקאלע געזונטהייט מיניסטער האט פארזיכערט אז די אינזעקטן זענען נישט אנגעשטעקט מיט קיינע וויירוסעס, מענטשן האבן וואולענטירט צו רייניגן די פילצאליגע געביידעס וואס האבן זיך אנגעליטן פון דעם כוואליע.

שולעס און פראגראמען זענען געווארן אפגערופן, צוליב וואס די געביידעס זענען געווען איבערגעפולט מיט קריכעדיגע.

די אויספארשער זאגן אז די אינזעקטן זענען ערשינען צוליב א היץ כוואליע וואס די געגנט האט שוין לאנג נישט געהאט, ברענגענדיג א די אינזעקטן פון איבעראל ארום זאלן זיך צוזאמנעמען און אנקומען אויפאיינמאל.

בילד: קריקעט"ס אינזעקטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל