א העליקאָפּטער האט -ווי עס זיהט אויס - פּרובירן צו באָמבאדירן ווענעזועלאַ'ס העכסטע געריכט, אין וואָס פּרעזידענט ניקאָלאַס מאַדוראָ האט גערופן אַ "טעראָריסטישע אָנפאַל".

לויט די רעגירונג, האט אַן אַרמיי אָפיציר גענומען אַ פּאָליציי העליקאָפּטער און געפלויגן איבער די הויפּטשטאָט, קאַראַקאַס.

ווידיא אויף סאשעל מידיאַ ווייזט אַ העליקאָפּטער פליט איבער די שטאָט, נאכפאלגענדינג מיט אַ הויכע זעץ.

די אָפיציר וואס איז געגלויבט צו האָבן דורכגעפירט די אקציע, האט ארויסגעשטעלט אַ ווידיא סטעיטמענט אויף אינסטעגראַם, פארדאמענדיג די רעגירונג.

בילד: אַ ווידיא סטעיטמענט אויף אינסטעגראם

עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין פאטאליטעטן אדער פארוואונדעטע.

עס האָבן געווען כמעט טעגליכע פּראטעסטן קעגן פּרעזידענט מאַדוראָ'ס לינקע רעגירונג פאַר מער ווי צוויי מאנאטן, ווי די לאנד'ס עקאָנאָמישע און פּאָליטישע קריזיס האט זיך פארערגערט.

מער ווי 70 מענטשן האָבן שוין דער'הרג'עט געווארן אין פּראָטעסט-פאַרבונדענע גוואַלטאטן זינט אַפּריל, לויט נומערן ארויסגעגעבן דורך די הויפט פּראָקוראָר'ס אָפיס.

פּרעזידענט מאַדוראָ האט געזאגט אז גראנאטן זענען געווארפן געווארן אין די אָנפאַל, און ער צוגעזאגט אַז זיכערהייט קרעפטן וועלן כאַפּן די וואסן שטייען אונטער די אטאקע.

"איך האָבן אַקטיוויזירט די גאנצע ארמיי צו באַשיצן די שלום", האט ער געזאגט אין אַן אַדרעס פון די מיראַפלאָרעס פּרעזידעטליכע פּאַלאַץ.

"מיר וועלן כאַפּן די העליקאָפּטער, און די יעניגע וואס האבן אויסגעפירט דעם טעראָר אטאקע".

די אָפיציר, וואס רופט זיך אָסקאַר פּערעז, האט זיך באוויזן אויף אינסטעגראַם, ארומגענומען מיט באוואפענטע און פארמאסקירטע מענטשן אין מונדיר.

ער האט אַפּעלירט צו ווענעזועלישע זיך צו אַנטקעגנשטעלן קעגן "טיראַני".

"מיר זענען אַ קאאליציע פון מיליטערישע איינגעשטעלטע, פּאָליציאנטן און ציווילע, וואס זיכן באלאנס, און זענען קעגן דעם פאַרברעכערישע רעגירונג", האט ער געזאגט.

"מיר געהערן נישט צו קיין שום פּאָליטישע פּאַרטיי. מיר זענען נאַציאָנאַליסטן, פּאַטריאָטן און אינסטיטוטציאָנאַליסן".

ער האט געזאגט די "קאַמף" איז געווען נישט קעגן די זיכערהייט קרעפטן, נאָר "קעגן די הפקירות פון דעם רעגירונג. עס איז קעגן טיראַני".

בילד: די סופרים קאורט אין ווענעזועלע

בילד: פּרעזידענט ניקאָלאַס מאַדוראָ האָט גערופן דעם העליקאָפּטער אינצידענט אַ 'ווילדע אויפשטאנד-טעראריסטישע אטאקע'

בילד: פּרעזידענט מאַדוראָ האט אַקטיוויזירט די ארמיי

בילד: די העליקאפטער וואס האט דורכגעפירט די אטאקע

ווידיא פון די אטאקע:

די סטעיטמענט ווידיא אויף אינסטעגראַם (אין ספאניש):



ווידיא ווי די העליקאפטער לאנדעט אויף א דאך


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל