די סאבוועי סיסטעם אין ניו יארק האט לעצטנס א בייזע מזל, נאכאנאנדיגע שפעטיגונגען און עקסידענטס מאכן אומדערטרעגליך דאס לעבן פאר מיליאנען ניו יארקער וועלכע דארפן זיך טעגליך באנוצן מיט פאבליק טראנספארטאציע,  היינט איז די עי טרעין פאראליזירט געווארן נאכדעם וואס איינע פון אירע באנען אויף די 152סטע סטריט איז אראפ פון די שינעס און געשעדיגט די סטאנציע, א אינצידענט וועלכע האט נישט געקאסט קיין פאטאליטעטן ב״ה, אבער האט געברענגט שווערע באן טרעפיק און שפעטיגונגען.

בילד: עקסידענט אויף סאבוועי פאראורזאכט כאאס און פארשפעטיגונגען

פון: פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל