נאך 5 יאר רענאוואציע ארבייט איז ענדליך צוריק געעפנט געווארן די סאוט פערי סאבוועי סטאנציע, א סטאנציע וועלכע איז שפאגל ניי איבערגעבויט געווארן - פאר די סומע פון 545 מיליאן דאלער - נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס און האט געדינט אלס סימבאל פאר די שטארקייט פון ניו יארק, און איז דאן גענצליך רואנירט געווארן אין האריקעין סענדי ווען א געשאצטע 15 מיליאן גאלאן פון זאלציגע ים וואסער האט פארפלייצט די סטאנציע און איר ווידער חרוב געמאכט, אצינד האבן די רענאוואציעס געקאסט 369 מיליאן דאלער, און היינט איז די סטאנציע צום ערשטן מאל אריין אין באנוץ, און וועט האפנטליך פארלייכטערן די צושטאנד פון די ניו יארק סאבוועי סיסטעם.

בילד: סאוט פערי סאבוועי סטאנציע חרוב נאך האריקעין סענדי

פון: פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל