בילד: הרב צבי פישער, דער חב"ד רב אין פארטלענד, ארעגאן

אויף קולמע איז געווען נעכטן אן אינטערסאנטע אינטערוויא מיט הרב צבי פישער, דער רב אין פארטלענד, ארעגאן, ווי ער האט אראפ געלייגט די מצב וואס גייט פאר אין ארעגאן סטעיט.

ארעגאן, זיצנדיג ביי די מערב ברעגעס פון די פאראייניגטע שטאטן הארט ביים פאסיפיק אָקעאַן, גייט זיין די ערשטע פלאץ אין די וועלט ווי מען גייט זעהן די גענצליכע ליקוי, צוליב וואס די זייגער איז דארט פריער ווי ניו יארק מיט דריי שעה. ווי אויך גייט עס אויסזעהן גאר אינטערסאנט נעבן וואסער, ווען מען גייט זעהן די זון ווערט פארדעקט העכערן ים, וואס דאס ציהט גאר אסאך אינטערעסע.

עס ווערן ערווארטעט דארט אריבער א מיליאן באזוכער, פון איבער די גאנצע וועלט. אלע האטעל צימערן אין יענע געגנט, זענען שוין ארויס געדינגען פאר די עטליכע טעג, זינט א צירקע זעקס-זיבן מאנאטן צוריק.

ערנסטע זארגן נעמען ארום די באאמטע דארט, איבער די שמאלע איין ליניע שטראזן וואס די סטעיט פארמאגט, איבער רוב פון די הייוועיס, א מאנגל אין עסן, און א מאנגל אין שפיטעלער, און זאגאר אז די ווייערלאזע סערוויס קען מעגליך קראכן פון צופיל דרוק.

ארעגאן איז נישט פון די גאר גרויסע טוריסט צענטערן אין אלגעמיין, און איז נישט געוואוינט זיך צו ספראווען מיט אזא צאל באזוכער.

דער רב זעלבסט זאגט אז ער האט שוין איינגעשאפט א חבר ביי וועם איבערצושלאפן די נאכט פריער, זינט פון פארטלענד - ווי ער וואוינט - איז א קנאפע פופצן מייל ביז די געגנט וואו מען וועט קענען זעהן די 100 פראצענטיגע עקליפס, און עס איז ערווארטעט אז אין יענעם טאג זאל די 15 מייל וועג געדויערן א צוויי דריי שעה...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל