וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט מאנטאג שפעט ביינאכט ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג און סטראשע אין ריכטונג פונעם סירישן דיקטאטור, באשאר אסאד, זאגנדיג אז די אמעריקאנער רעגירונג האט אויפגעכאפט באווייזן ווי דאס אסאד מיליטער גרייט צו א פרישע כעמישע אטאקע אויף אומשולדיגע בילגער, און אויב אסאד וועט טאקע פאראויסגיין מיט נאך א כעמישע אטאקע, וועט עס האבן "ערנסטע קאנסעקווענצן" אויף סיריע, און אמעריקע וועט זיין געצווינגען צו נעמען שטייפע שריט.

נעכטן אינדערפרי האט דער פענטאגאן פובליצירט מער אינפארמאציע איבער די מעגליכע פרישע כעמישע אטאקע דורך סיריע, זאגנדיג אז אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע האבן אויפגעכאפט כעמישע וואפן אקטיוויטעטן ביי דער סירישער עירפארס באזע פון וועלכע די כעמישע אטאקע מיט 2 מאנאטן צוריק איז דורכגעפירט געווארן – וואס יענע אטאקע האט געפירט דערצו אז פרעזידענט טראמפ זאל פארארדענען דראמאטישע קרוז מיסיל באמבארדירונגען אויף דער באזע.

דער סירישער רעזשים האט רעאגירט צו דער שארפער סטראשע, זאגנדיג אז איר מיליטער האט מער נישט קיין כעמישע וואפנס, און האט עס שוין אויפגעגעבן אונטער אן אינטערנאציאנאלע אפמאך אין יאר 13'. אלי היידאר, א ווארטזאגער פאר דעם אסאד רעזשים, האט געזאגט אז אמעריקע'ס באשולדיגונג איז סתם א פראוואקאציע, ווייל פרעזידענט טראמפ זוכט פרישע מיליטערישע שריט קעגן סיריע. דעמיטרי פעסקאוו, ווארטזאגער פאר רוסישן פרעזידענט פוטין, האט געזאגט אז ס'איז אומאקצעפטירבאר אז טראמפ זאל סטראשען אסאד.

בילד: אמעריקע סטראשעט סיריע איבער מעגליכע פרישע כעמישע אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל